גראמער – פערזענליכע גראמען און חרוזים

גראמען  ✎  חרוזים  ✎  ברכות

אין שפיץ פון אַלע אייערע פרייליכע מאמענטן

א יעדע ווארט – גאלד. פערזענליכע גראמען און חרוזים, מיט'ן גאנצן הארץ און מיט'ן פולסטן פראפעסיאנעליזם.

זעט ביי­שפילן ↓
סקראלט אראפ פאר מער

פאר אַלע סארט געלעגנהייטן

אויף וואס נוצט מען אונז?

פון א פערזענליכע ברכה ביז א גאנצען מעמד – מיר שרייבן די ווערטער וואס מאכן דעם גאנצען חילוק.

חתונה
שבע ברכות
בר מצוה
אפשערן
קבלת פנים
מצווה טאנץ
טיי אווענט'ס
שבת התאחדות
סעודת הודאה
מחותנים מתנות
פארברענגען
מסיבות
אינוועטעישנ'ס
וואונטשן
געשאנקען
בריוון
ברכות
מתנות

גרייט אנצוהייבן?

שיקט אונז אריין די פרטים, און מיר וועלן אייך צוריקרופן מיט א קלארן פלאן און א פרייז.

ביישפילן

ווערטער וואס בלייבן

א טעם פון אונזער ארבעט – יעדער גראם פערזענליך געשניטן פאר אייער געלעגנהייט.

פאר א חתונה

היינט איז דער טאג, די שמחה איז גרויס,

א נייע דור הייבט זיך אן אין שטוב,

מיט ברכות און פרייד פילט זיך דאס הויז,

א בנין עדי עד – אן עק און אן זוף.

פאר א בר מצוה

א ייִנגעלע ביז נעכטן, היינט שוין א מאן,

מיט תפילין באקרוינט, מיט תורה באצירט,

די אויגן פון טאטע-מאמע גלאנצן אן,

ביז הונדערט און צוואנציג – א נחת באשעירט.

פאר א שבע ברכות

זיבן טעג פון שמחה, זיבן ברכות פון אויבן,

די פרייד שמעקט נאך פון אונטערן חופה-דאך,

מיר ווינטשן דעם זוג: א לעבן מיט גלויבן,

א פרייליכן בנין – א פרייליכן טאג.

פאר א מתנה / געשאנק

נישט די מתנה אליין רעדט פון הארץ,

נאר די ווערטער ארום איר – זיי זאגן עס קלאר.

א פאר שורות פון גראם, פון ליבע און נאך,

מאכט פון א מתנה – א זכרון אויף יאר.

* אלע ביישפילן זענען בלויז א דוגמא. די אמת'ע גראם ווערט פערזענליך געשריבן פאר אייער שמחה.

א גראם פון הארץ

א שמחה צו מאכן

א הארץ צו דערגרייכן

די עולם זאל קראכן

וויינען און לאכן

פון די ארימער ביזן רייכן

פון די שטארקן ביזן שוואכן

און אויך א פלאכן

יעדער זאל עס גלייכן

ארויס האבן די זאכן

דו וועסט עס אפמאכן

מיט 'גראמער' און זייערע פאכן

וועסט שווימען טייכן

און ברענגען משיחַ'ן

פון עי איי וועסטו דאס נישט עררייכן...

ווייל הארץ רעדט דאס בעסטע פון אלע שפראכן.

וויאזוי עס ארבעט

דריי גרינגע טריט

1

שיקט אריין די פרטים

פילט אויס דעם פאָרם מיט די געלעגנהייט און פאר וועמען די גראם איז געווידמעט.

2

מיר שרייבן פערזענליך

אונזער שרייבער ארבעט אויף אייער גראם – יעדע ווארט ווערט פערזענליך געשניטן און צוגעפאסט.

3

איר באקומט עס פונקטליך

די פערטיגע גראם קומט אן צו אייך פונקטליך אין די ריכטיגע צייט – גרייט פאר די שמחה.

גרייט אנצוהייבן?

שיקט אונז אריין די פרטים, און מיר וועלן אייך צוריקרופן מיט א קלארן פלאן און א פרייז.

פארבינדט אייך

לאמיר אנהייבן

פילט אויס דעם פאָרם און מיר וועלן זיך פארבינדן מיט אייך מיט א פרייז, אדער שיקט אן אימעיל דירעקט צו: graamer4589@gmail.com